1 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים, 2 אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען; 3 זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן כפירה (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון, 4 וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג-ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג-ט.
Publicidade
Publicidade