2 און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה. 6 און זי האט געעפנט איר מויל צו לעסטערונגען אנטקעגן ה׳, צו לעסטערן זיין נאמען און זיין משכן און די, וועלכע וואוינען אין הימל. 7 און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.)