Publicidade

Apocalipse 21

10 און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳, 11 האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל; 12 האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל; 13 פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן. 14 און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-