8 און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן. 9 און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!
Publicidade
Publicidade