1 נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים. 2 און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג-ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים, 3 אזוי צו זאגן: שעדיקט נישט די ערד, נישט דעם ים, נישט די ביימער, ביז מיר וועלן חתמענען די קנעכט פון אונדזער ג-ט אויף זייערע שטערנס. 4 און האב געהערט די צאל פון די פארחתמעט, הונדערט פיר און פערציק טויזנט, פארחתמעט פון אלע שבטים פון די קינדער ישראל:
5 פון דעם שבט יהודה, צוועלף טויזנט פארחתמענט;
פון דעם שבט ראובן, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט גד, צוועלף טויזנט;
6 פון דעם שבט אשר, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט נפתלי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט מנשה, צוועלף טויזנט;
7 פון דעם שבט שמעון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט לוי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יששכר, צוועלף טויזנט;
8 פון דעם שבט זבולון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יוסף, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט בנימין, צוועלף טויזנט פארחתמענט.