16 און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן. 17 די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג-ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג. 18 דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.
19 און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים, 20 און ברענגענדיק זיי צו די פרעטארן, האבן זיי געזאגט: די דאזיקע מענטשן, וואס זענען יידן, שטערן די רו פון אונדזער שטאט, 21 און לערנען מנהגים, וועלכע מיר טארן נישט אננעמען, אויך נישט האלטן, ווייל מיר זענען רוימער. 22 און דער המון איז אויפגעשטאנען קעגן זיי, און די פרעטארן האבן פון זיי אראפגעריסן די מלבושים, און באפוילן מען זאל זיי שמייסן מיט ריטער. 23 און באלייגנדיק זיי מיט א סך שלעק, האט מען זיי אריינגעווארפן אין תפיסה, באפעלנדיק דעם שומר זיי גוט צו היטן; 24 וועלכער, באקומענדיק אזא באפעל, האט זיי אריינגעווארפן אין דעם אינערן געפענקעניש און פארגעשרויפט זייערע פיס אין דעם שטאק. 25 ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי, 26 איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן. 27 און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן. 28 פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא. 29 און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן, 30 און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן? 31 און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד. 32 און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז. 33 און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית. 34 און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.
35 און ווען עס איז געווארן טאג, האבן די פרעטארן (שופטים) געשיקט די ליקטארן (פאליציי), אזוי צו זאגן: לאז ארויס יענע מענטשן. 36 און דער תפיסה שומר האט דערציילט די דאזיקע ווערטער צו פוילוסן: די פרעטארן האבן געשיקט, אז מען זאל אייך אפלאזן; קומט זשע איצט ארויס, און גייט אייך לשלום. 37 פוילוס אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן אונדז געשלאגן עפנטלעך מיט ריטער, אָן א משפט, אונדז, וואס מיר זענען רוימישע מענטשן, און אונדז אריינגעווארפן אין תפיסה אריין, און איצט ווארפן זיי אונדז ארויס שטילערהייט? אזוי נישט, נאר טאקע זיי אליין זאלן קומען און אונדז ארויספירן. 38 און די ליקטארן האבן דערציילט די דאזיקע רייד צו די פרעטארן, און זיי האבן מורא געהאט, הערנדיק, אז זיי זענען רוימער. 39 און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט. 40 און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.