25 ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי, 26 איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן. 27 און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן. 28 פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא. 29 און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן, 30 און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן? 31 און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד. 32 און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז. 33 און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית. 34 און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.