Publicidade

Atos 2

14 אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער. 15 ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג. 16 נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל:

17 און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳,

איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם);

און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן,

און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות,

און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-