Pular para o conteúdo
Publicidade

Atos 2

41 און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות. 42 און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.

43 און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים. 44 און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם; 45 און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט. 46 און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, 47 לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.

Veja também