35 אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.
36 און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער גענייגט זיינע קניען, און מתפלל געווען מיט זיי אלעמען. 37 און עס איז געווארן צווישן אלע א שטארק געוויין, און זיי זענען געפאלן פוילוסן אויפן האלדז און האבן אים געקושט, 38 זייענדיק שמערצלעך באטריבט, אם מערסטן איבער דעם ווארט, וואס ער האט געזאגט, אז זיי וועלן מער נישט זען זיין פנים—און האבן אים באגלייט צו דער שיף.