Publicidade

Atos 7

44 דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען. 45 וועלכעס אונדזערע עלטערן מיט יהושע האבן גענומען און אויך אריינגעברענגט אין דעם אייגנטום פון די פעלקער, וואס ה׳ האט ארויסגעטריבן פון פאר אונדזערע עלטערנס פנים, ביז צו די טעג פון דוד; 46 וועלכער האט געפונען חן ביי ה׳, און האט געבעטן צו געפינען א געצעלט פאר דעם ג-ט פון יעקב. 47 שלמה אבער האט געבויט פאר אים א הויז. 48 נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט:

49 דער הימל איז מיין טראן,

און די ערדדאס פוסבענקעלע פאר מיינע פיס;

וואס פאר א הויז וועט איר מיר בויען?

זאגט דער האר (ג-ט);

אדער וועלכעס איז דאס ארט פון מיין מנוחה?

50 צי האט דען נישט מיין האנט

געמאכט די דאזיקע אלע זאכן?

(ישעיהו סו, א-ב.)

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-