18 און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי, 19 און געזאגט: גיט מיר אויך די דאזיקע מאכט, כדי ווען איך וועל ארויפלייגן די הענט אויף עמיצן, זאל ער באקומען דעם רוח הקודש. 20 פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: דיין זילבער זאל בלייבן ביי דיר צו (דיין) פארדארבונג, ווייל דו האסט בדעה געהאט צו קויפן די מתנה פון ה׳ מיט געלט. 21 דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳. 22 דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ. 23 ווארום איך זע, אז דו ביסט אין דער גאל פון ביטערקייט (ראש ולענה), און אין דעם בונד פון רשעות. (דברים כט, יז.) 24 און שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: זייט איר מתפלל פאר מיר צום האר (ג-ט), אז קיין זאך זאל נישט קומען אויף מיר, פון וועלכע איר האט גערעדט.
Publicidade
שליחים געשיכטע 8
Estes versículos te tocaram? Ore agora!
+581 estão orando agora.
Junte-se à corrente de oração.