30 און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט? 31 האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים. 32 און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע:
ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן;
און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום,
אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;