Pular para o conteúdo
Publicidade

Atos 8

32 און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע:

ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן;

און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום,

אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;

33 אין זיין דערנידעריקונג איז זיין משפט אוועקגענומען געווארן;

און ווער וועט בארעכענען זיין דור?

ווייל זיין לעבן איז אוועקגענומען געווארן פון דער ערד.

(ישעיהו נג, ז-ח.)

34 און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן? 35 און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.

Veja também