36 און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה? 37 האט פיליפוס צו אים געזאגט: אויב דו גלויבסט מיטן גאנצן הארצן, מעגסטו. און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך גלויב, אז יהושע/ישוע המשיח איז דער זון פון דער אויבערשטער. 38 און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה, 39 און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.
Publicidade
Publicidade