Pular para o conteúdo
Publicidade

שליחים געשיכטע 9

36 און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן. 37 און עס איז געשען אין יענע טעג, (דאס) זי איז קראנק געווארן און געשטארבן, און מען האט זי אפגעוואשן און געלייגט אין אן אויבערשטיבל. 38 און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז. 39 און פעטרוס איז אויפגעשטאנען און מיטגעגאנגען מיט זיי. ווען ער איז אהינגעקומען, האבן זיי אים ארויפגעפירט אין אויבערשטיבל אריין; און אלע אלמנות האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, וויינענדיק און ווייזנדיק אים העמדער און קליידער, וואס דארקאס האט געמאכט, ווען זי איז נאך געווען מיט זיי.

Veja também