Publicidade

Colossenses 1

12 און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט, 13 וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון; 14 אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד; 15 וועלכער איז דאס געשטאלט פון דעם אומזיכטבארן ג-ט, דער בכור פון דער גאנצער באשאפונג; 16 ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן; 17 און ער איז פאר אלעם, און אלץ האט א קיום אין אים.

Veja também

Publicidade
Colossenses
Ver todos os capítulos de Colossenses
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-28_14-13-17-