18 זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל, 19 און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.
Publicidade
Publicidade