Pular para o conteúdo
Publicidade

עפעזער בריוו 1

15 צוליב דעם אויך איך, האבנדיק געהערט פון אייער גלויבן אין דעם האר יהושע/ישוע און דער ליבע צו אלע הייליקע, 16 הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות; 17 אז דער ג-ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים; 18 אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע, 19 און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח, 20 וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען, 21 העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא; 22 און אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס און אים אליין געגעבן ווי א ראש איבער אלעם צו דער קהלה, 23 וועלכע איז זיין גוף, זיין פולקייט, וואס פילט אָן אלץ אין אלעם.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também