Pular para o conteúdo
Publicidade

Efésios 5

22 זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר, 23 ווייל דער מאן איז דער קאפ פון דער פרוי, ווי אויך דער משיח איז דער קאפ פון דער קהלה; ער אליין איז דער רעטער פונם גוף. 24 נאר ווי די קהלה איז אונטערטעניק צום משיח, אויך אזוי זאלן די פרויען (זיין) צו די מענער אין אלעם. 25 איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, 26 כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט, 27 כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער. 28 אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; 29 ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה; 30 ווייל מיר זענען גלידער פון זיין גוף. 31 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 32 דאס דאזיקע איז א גרויסער סוד, איך רעד אבער פון דעם משיח און דער קהלה. 33 דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.

Veja também