Publicidade

Efésios 5

25 איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, 26 כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט, 27 כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער. 28 אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; 29 ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה;

Veja também

Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-07-05_19-25-13-