Pular para o conteúdo
Publicidade

Efésios 6

13 צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין. 14 דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות, 15 און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום; 16 און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן). 17 און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט; 18 מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,

Veja também