12 דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש; 13 ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון. 14 טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים, 15 כדי איר זאלט זיין אָן שולד און אָן פאלשקייט, קינדער פון ה׳ אָן א מום אין דער מיט פון א פארקרימט און א פארדרייט דור, צווישן וועלכע איר שיינט ווי ליכט אין דער וועלט, 16 פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.
Publicidade
פיליפער בריוו 2
Estes versículos te tocaram? Ore agora!
+581 estão orando agora.
Junte-se à corrente de oração.