11 ווען אבער כיפא איז געקומען קיין אנטיאכיען, האב איך מיך אים אקייגנגעשטעלט פנים אל פנים, ווייל ער איז געווען שולדיק. 12 ווארום פריער, איידער עס זענען אנגעקומען אייניקע (לייט) פון יעקבן, האט ער געגעסן מיט די אומות (העולם); ווען אבער זיי זענען געקומען, האט ער זיך דערווייטערט און אפגעשיידט (פון זיי), מורא האבנדיק פאר די געמלטע. 13 און צוזאמען מיט אים האבן זיך אויך די איבריקע יידן פארשטעלט, אזוי, אז אפילו בר-נבא איז פארפירט געווארן פון זייער צביעות. 14 נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?