Publicidade

Hebreus 10

1 ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס. 2 ווייל אין קעגנפאל וואלט מען דען נישט אויפגעהערט זיי צו ברענגען? צוליב דעם וואס די, וועלכע ריכטן אפ די עבודה, זייענדיק איינמאל גערייניקט געווארן, וואלטן מער נישט געהאט קיין געוויסן פון זינד. 3 נאר אין די דאזיקע (קרבנות) איז פאראן א יערלעכע דערמאנונג פון זינד. 4 ווייל דאס בלוט פון רינדער און בעק האט נישט דעם כוח אוועקצונעמען זינד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-