5 און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין:
מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג-ט),
פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;
6 ווארום וועמען דער האר (ג-ט) האט ליב, דעם מוסרט ער,
און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן.
(משלי ג, יא-יב.)
7 אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? 8 אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. 9 מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? 10 ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה. 11 יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.