Publicidade

Hebreus 12

5 און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין:

מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג-ט),

פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;

6 ווארום וועמען דער האר (ג-ט) האט ליב, דעם מוסרט ער,

און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן.

(משלי ג, יא-יב.)

7 אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? 8 אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. 9 מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-