1 אבער אויך דער ערשטער (בונד) האט געהאט דינים פון עבודה און א וועלטלעך מקדש. 2 ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש; 3 און פון אינעווייניק פון צווייטן פרוכת א משכן, וואס האט געהייסן קדשי קדשים, 4 וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית, 5 און פון אויבן, (איבער דעם ארון) די כרובים פון הערלעכקייט, וואס האבן באשאטנט דאס כפורת, וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן איינצלהייטלעך.
Publicidade
Publicidade