16 ווארום וואו עס איז דא א צוואה, דארט מוז געשען דער טויט פון דעם, וואס האט געמאכט די צוואה. 17 ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט. 18 דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט. 19 ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק, 20 זאגנדיק:
דאס דאזיקע איז דאס בלוט פון דעם בונד,
וואס ה׳ האט אייך באפוילן.
(שמות כד, ח.)