Pular para o conteúdo
Publicidade

יוחנן 1

45 פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת. 46 און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע. 47 יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט. 48 זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים. 49 האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל. 50 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען. 51 און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.

Veja também