1 און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית-היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא. 2 און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק. 3 די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק. 4 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר. 5 און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן. 6 און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען. 7 דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה. 8 זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין? 9 האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט. 10 ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים. 11 דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף. 12 די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן. 13 יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף. 14 דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן.