21 און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן. 22 און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן. 23 זאגט יהושע/ישוע צו איר: דיין ברודער וועט אויפשטיין. 24 זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג. 25 האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, 26 און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע? 27 זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין.