Pular para o conteúdo
Publicidade

João 12

12 צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים, 13 האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן:

הושענא,

ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל!

(תהלים קיח, כה.)

(געבענטשט איז דער,

וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג-ט,

דער מלך פון ישראל).

14 און געפינענדיק א יונג אייזעלע, האט זיך יהושע/ישוע דערויף ארויפגעזעצט, ווי עס שטייט געשריבן:

15 פארכט דיך נישט, דו טאכטער פון ציון,

זע, דיין מלך קומט,

רייטנדיק אויף א יונג אייזעלע.

(זכריה ט, ט.)

16 דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים. 17 און די מאסע מענטשן, וואס איז געווען מיט אים, ווען ער האט אלעזרן ארויסגערופן פונם קבר, און אים אויפגעוועקט פון די טויטע, האט עדות געזאגט וועגן אים. 18 צוליב דעם טאקע איז דער עולם אים אנטקעגנגעגאנגען, ווייל זיי האבן געהערט, אז ער האט געטאן דאס דאזיקע נס. 19 דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך!

Veja também