Pular para o conteúdo
Publicidade

João 13

1 און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף. 2 און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש-קריות, אז ער זאל אים פארראטן, 3 (יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳, 4 איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט. 5 נאך דעם האט ער אריינגעגאסן וואסער אינם בעקן און אנגעהויבן צו וואשן די תלמידימס פיס און אפצואווישן מיטן האנטוך, מיט וועלכן ער איז געווען ארומגעגארטלט. 6 אזוי קומט ער צו שמעון פעטרוסן. זאגט ער צו אים: האר, דו זאלסט מיר וואשן די פיס? 7 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס איך טו, ווייסטו נישט אצונד, שפעטער אבער וועסטו זיך דערוויסן. 8 זאגט פעטרוס צו אים: דו זאלסט מיר בשום אופן קיינמאל נישט וואשן מיינע פיס. האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך וואש דיך נישט, האסטו נישט קיין חלק מיט מיר. 9 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, נישט בלויז מיינע פיס, נאר אפילו מיינע הענט און דעם קאפ! 10 זאגט יהושע/ישוע צו אים: דער געוואשענער דארף נישט מער ווי אפצואוואשן די פיס, ווייל ער איז אינגאנצן ריין; און איר זענט ריין, אבער נישט אלע. 11 ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.

12 און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך? 13 איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס. 14 דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחייב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס. 15 ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן. 16 באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט. 17 אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס.

Veja também