Publicidade

João 14

16 און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק; 17 דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך. 18 איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך. 19 נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך. 20 אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך. 21 ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים. 22 זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש-קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט? 23 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים. 24 ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.

25 דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך. 26 דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-