20 און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט, 21 כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. 22 און דעם כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס פונקט ווי מיר זענען איינס. 23 איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.
Publicidade
Publicidade