23 און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ). 24 זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך,
און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל.
(תהלים כב, יט.)
און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן. 25 און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. 26 און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! 27 דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.