Pular para o conteúdo
Publicidade

יוחנן 20

11 מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר, 12 און זעט צוויי מלאכים אין ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן. 13 און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט. 14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. 15 זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען. 16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!) 17 זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג-ט און אייער ג-ט. 18 קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט.

Veja também