Pular para o conteúdo
Publicidade

יוחנן 20

14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. 15 זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען. 16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!)

Veja também