24 אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע איז געקומען. 25 האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!
26 און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם! 27 דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין! 28 האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג-ט! 29 זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!