Pular para o conteúdo
Publicidade

João 3

3 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳. 4 זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן? 5 האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 6 דאס, וואס איז געבוירן פון דעם פלייש, איז פלייש; און דאס, וואס איז געבוירן פון גייסט, איז גייסט. 7 וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן. 8 דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.

Veja também