21 זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער. 22 איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן. 23 נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים.
Publicidade
Publicidade