44 קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. 45 עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר. 46 נישט אז עמיצער האט געזען דעם פאטער, אחוץ דער, וואס איז פון ה׳; דער דאזיקער האט געזען דעם פאטער. 47 באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.