Pular para o conteúdo
Publicidade

João 6

6 דאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן. 7 פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל. 8 זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס: 9 עס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)? 10 האט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט. 11 דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט. 12 און ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן. 13 אזוי האבן זיי צונויפגעזאמלט און אנגעפילט צוועלף קערב פון די ברעקלעך פון די פינף גערשטנברויטן, וואס זענען איבערגעבליבן צו די, וואס האבן געגעסן.

Veja também