14 און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט. 15 און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט? 16 האט יהושע/ישוע זיי דעריבער געענטפערט, און געזאגט: די לערנונג מיינע איז נישט מיין, נאר דעמס, וואס האט מיך געשיקט. 17 ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין. 18 ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.
Publicidade
Publicidade