3 אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט. 4 ווארום קיינער טוט גארנישט אין פארבארגעניש, און זוכט דאך עפנטלעך באקאנט צו זיין. אויב דו טוסט די דאזיקע זאכן, זיי דיך מתגלה צו דער וועלט. 5 ווארום אפילו זיינע ברידער האבן נישט געגלויבט אין אים.