4 האבן זיי צו אים געזאגט; רבי, די דאזיקע פרוי איז געכאפט געווארן אין זנות, בשעת מעשה. 5 און אין דער תורה האט אונדז משה (רבינו) געבאטן, אזעלכע (פרויען) צו שטייניקן; וואס זשע זאגסטו? 6 און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד. 7 און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין. 8 און ווידער האט ער זיך איינגעבויגן און געשריבן אויף דער ערד. 9 ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט. 10 און יהושע/ישוע האט זיך אויפגעשטעלט, און צו איר געזאגט: אשה, וואו זענען זיי, דיינע באשולדיקער? האט דיך קיינער נישט פארמשפט? 11 האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)
Publicidade
Publicidade