1 און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן. 2 און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? 3 האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים. 4 מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן. 5 בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט. 6 דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים, 7 און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק. 8 און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט? 9 אנדערע האבן געזאגט: ער איז עס; אנדערע האבן געזאגט: ניין, נאר ער איז ענלעך צו אים. יענער האט געזאגט: איך בין עס. 10 האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן? 11 יענער האט געענטפערט: דער מענטש, וועמען מען רופט יהושע/ישוע, האט געמאכט ליים, און אנגעשמירט מיינע אויגן, און צו מיר געזאגט: גיי צום שילוח און וואש דיך; און איך בין געגאנגען און האב מיך געוואשן, און בין זעענדיק געווארן. 12 האבן זיי צו אים געזאגט: וואו איז ער? זאגט ער: איך ווייס נישט.