26 און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, 27 צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. 28 און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. 29 זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? 30 און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, 31 און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, 32 ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג-ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; 33 און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.) 34 און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? 35 און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) 36 און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; 37 ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. 38 און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג-ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.