30 און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, 31 און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, 32 ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג-ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; 33 און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)
Publicidade